🔥 Burn Fat Fast. Discover How! 💪

ברעיקינג

Logo of telegram channel breaking_niyes — ברעיקינג ב
Logo of telegram channel breaking_niyes — ברעיקינג
Channel address: @breaking_niyes
Categories: Uncategorized
Language: English
Subscribers: 722
Description from channel

נייעס • ארטיקלען • בילדער און ווידעא, אויף א געשמאקן און אינהאלטסרייכן פארנעם.
קאמענטאטארן: @BreakingAdministration
אלע אונזערע טשענעלס:
https://t.me/BreakingNetwork

Ratings & Reviews

2.67

3 reviews

Reviews can be left only by registered users. All reviews are moderated by admins.

5 stars

0

4 stars

1

3 stars

1

2 stars

0

1 stars

1


The latest Messages

2020-10-02 16:21:23
פון א איראנער נייעס קוואל
1.9K views13:21
Open / Comment
2020-10-02 10:40:48
די פראנט קאווער פון די "ניו יארק פאוסט" און "דעלי ניוס" מעלדן מיט שרייענדע בוכשטאבן אז טראמפ האט קאוויד-19.
1.9K views07:40
Open / Comment
2020-10-02 08:48:02
די סטאק מארקעט האט אנגעהויבן פאלן נאך וואס ס'איז אריינקומען די נייעס אז פרעזידענט טראמפ איז אנגעשטעקט מיט די קאראנאווירוס.
1.5K viewsedited  05:48
Open / Comment
2020-10-02 08:02:33
פרעזידענט טראמפ האט נארוואס געמאלדן אין א טוויעט אז ער און די פירסט לעידי האבן געטעסטעט פאזיטיוו אויף קאוויד-19.
1.2K views05:02
Open / Comment
2020-10-02 05:50:25
טויזנטער האבן היינט פראטעסטירט אין תל אביב אין ליכט פון די שווערע לאקדאון רעגולאציעס.
1.1K views02:50
Open / Comment
2020-10-01 19:15:47 א מאסיווע מלחמה גייט פאר די לעצטע טעג צווישן ארמעניע און אזערביידזשאן

לייענט פולע באריכט:

https://bit.ly/2HGz4EY
1.0K views16:15
Open / Comment
2020-10-01 07:22:40
איראק - איראנער מיליציעס האבן היינט באשאסן איראקער מיליטערישע באזעס וואס ענטהאלטן אמעריקאנער מיליטערישע קרעפטן.

מיט א קורצע צייט צוריק זענען צוויי ראקעטן געשאסן געווארן אויף די באזע אין די אונטערנאציאנאלע לופט-פעלד אין ארביל וואס געפינט זיך אין צפון איראק.
קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן.
934 views04:22
Open / Comment
2020-10-01 07:16:47 אנטוישונג פאר טראמפ; די וואקסין גייט נישט זיין גרייט בעפאר די די וואלן

פון יאסי ווייסמאן צו ברעיקינג

די פאַרמאַסוטיקאַל פירמע "מאדערנא" גייט נישט פארפולן טראמפ'ס וואונטש פאר א קאראנא-וואקסין בעפאר די וואלן, אזוי האט די סי-או-או היינט געמאלדן.
סטעפאן באנסל האט געזאגט פאר די "פיינענשאל טיימס" אז זיי קאמפעני גייט נישט האבן גענוג אינפארמאציע און דעטא פון די עקספערימענטן צו פארשטעלן א וואקסין פאר די עף-די-עי, פאר די 25'סטן אין נאוועמבער, וואס דאס איז 22 טעג נאך די עלעקשאן.

באנסל האט געזאגט אין די פארגאנגענהייט אז ווי עס זעט אויס וועט "מאדערנא" פארמאגן גענוג דעטא פון די וואקסין עקספערימענטן כדי צו וויסן אויב די שאט איז אפעקטיוו אדער נישט ביז נאוועמבער. אבער ס'איז אויך דא א שוואכע שאנס אז זיי וועלן האבן די רעזולטאטן ביז אקטאבער.

אויב די קאוויד-19 וואקסין וועט זיך ארויסשטעלן אפעקטיוו כאטש 70 פראצענט, וועט די פירמע בעטן אן עמערזשענסי ערלויבעניש עס צו נוצן, זאגט דער סי-אי-או.
מאדערנא האט די מעגליכקייט צו פראדוצירן אזויפיל 500 מיליאן וואקסין שאטס א יאר.

"דער 25'סטן אין נאוועמבער וועלן מיר האבן גענוג אינפארמאציע צו קענען שיקן צו די עף-די-עי" זאגט יעצט באנסל.

די פירמע האט שוין מאביליזירט 25,296 באטייליגטע פאר די עקספערימענטן (זיי דארפן דערגרייכן צו 30,000 טויזנט) 10,000 פון די באטייליגטע האבן שוין ערהאלטן צוויי שאטס פון די וואקסין.
768 viewsedited  04:16
Open / Comment
2020-10-01 07:02:14 די פרעזידענטליכע דעבאטע קאמיטע באטראכט ענדערונגען פאר די קומענדיגע דעבאטעס

פון יאסי ווייסמאן צו ברעיקינג

די דעבאטע וואס איז פארקומען נעכטן צווישן די צוויי פרעזידענטליכע קאנדידאטן האט ארויסגעברענגט גרויס קריטיק. אין די ערשטע דעבאטע צווישן די דריי וואס גייט פארקומען, האבן טראמפ און ביידען באוויזן צו דעליווערן א דעבאטע וואס איז פון די ערגסטע וואס די פאראייניגטע שטאטן האט נאר אמאל געזען, דא אזעלכע וואס באצייכענען עס אלס די שמוציגסטע פרעזידענטליכע דעבאטע אין אמעריקאנער היסטאריע.

אין ליכט פון די מיאוסע און גרויליגע צוזאמשטויסן צווישן די צוויי, איז געווען אזעלכע וואס האבן גערופן צו קענסלען די קומענדיגע צוויי דעבאטעס, אבער פארשידענע שישקעס אין די דעמאקראטישע פארטיי האבן געלאזט הערן אז ביידען דארף זיך יא באטייליגן אין די קומענדיגע צוויי דעבאטעס און האפנטליך וועלן די וויילער זען די קאנטראסט צווישן די צוויי קאנדידאטן און ביידען וועט געווינען.

אין ליכט פון די מאסיווע שטורעם וואס די דעבאטע האט פאראורזאכט, פלאנט די פרעזידענטליכע דעבאטע קאמיטע צו צולייגן פארשידענע ענדערונגען כדי די קומענדיגע דעבאטעס זאלן זיין מסודר און אוועקגעשטעלט.
אין א סטעיטמענט וואס די קאמיטע האט ארויסגעלייגט, זאגן זיי אז ס'פעלט זיך אויס פארשידענע נייער רולס וואס וועט פארזיכערן א רואיגע און מסודר'דיגע דעבאטע.
די פרעזידענטליכע דעבאטע קאמיטע איז אומפארטייאיש און ארגאנאזירט די פרעזידענטליכע דעבאטעס זינט די וואלן איו 1988.

די קאמיטע האט צוגעלייגט אז זיי באטראכטן מיט פארזיכטיקייט די ענדערונגען וואס וועט אדאפטירט ווערן און ס'וועט אין נאנטן געמאלדן ווערן. סי-בי-עס נעטווארק האט באריכטעט אז די קאמיטע פלאנירט צו אויספלאגן די מייקרעפאון פון א קאנדידאט וואס וועט נישט רעספעקטירן די כללים און צושטערן די דעבאטע. די טראמפ קאמפיין האט אין רעאקציע געזאגט אז די קאמיטע וויל טוישן די רולס אינמיטן די געים...

נאך בעפאר די קאמיטע האט געמאלדן אז זיי פלאנירן שינוים, האט דזשאו ביידען געזאגט פאר רעפארטער אין אהייא אז די קאמיטע דארף טרעפן א וועג צו ערמעגליכן פאר די קאנדידאטן צו רעדן אן צו ווערן איבערגעהאקט.

ביידען וואס געפינט זיך זייער שמאל אין אהייא, האט אטאקירט טראמפ נאך די דעבאטע אין פראנט פון אהייא רעפארטער: "דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פירט זיך אויף ווי אזוי ער פירט זיך אויף און איך האלט אז ס'איז געווען א נאציאנאלע איבערעסמענ"ט, ער האט נישט נאר אטאקירט מיר און מיין פאמיליע, נאך אויך דער מאדערעיטאר קריס וואלעס".

פרעזידענט טראמפ האט בעפאר ביידען'ס קאמענטארן אטאקירט דער מאדערעיטאר קריס וואלעס פון פאקס ניוס, שרייבנדיג אויף טוויטער אז ס'איז געווען א שלאכט איינס אנקעגן צוויי.
841 viewsedited  04:02
Open / Comment
2020-10-01 07:02:03 שהחיינו!

מיר זענען דא צוריק נאך א הפסקה פון עטליכע מאנאטן מיט א פרישקייט!
816 viewsedited  04:02
Open / Comment