Get Mystery Box with random crypto!

שאלה: היכי תמצא, א איד (וואס איז מחויב במצות) גייט אריין אין ב | תורה היא וללמוד אני צריך

שאלה:
היכי תמצא, א איד (וואס איז מחויב במצות) גייט אריין אין בית המקדש טמא'נערהייט, און ער איז פטור פון א קרבן אדער כרת.

תשובה א':
ביי א קרבן פסח, רוב קהל זענען טמא, און טומאה הותרה אדער הודחה בציבור (מחלוקות), מעגן כהנים טמאים לכתחילה טוהן די עבודה.

תשובה ב':
ווען עס איז נישט געווען קיין ידיעה נישט בתחלה און נישט בסוף, דעמאלט איז א שעיר ר''ח מכפר.

תשובה ג':
טאמער איינער איז טמא געווארן ווען ער איז א קטן, און דערנאך איז ער אריין טמא בגלדותו, הרי"ז פטור מכרת.
מקור: שטמ"ק ערכין ג. בשם י"מ, והובא גם בשפ"א.

תשובה ד':
א כהן גדול.
מקור: סוף מס' פרה, ועיין בסוף פ"ב הוריות.

#היכי_תמצא
@ItsTorah