Get Mystery Box with random crypto!

תורה היא וללמוד אני צריך

Logo of telegram channel itstorah — תורה היא וללמוד אני צריך ת
Logo of telegram channel itstorah — תורה היא וללמוד אני צריך
Channel address: @itstorah
Categories: Uncategorized
Language: English
Subscribers: 245
Description from channel

היכי תמצאות, חידות און אינטרעסאנטע מאמרים.
אלע אונזערע טשענעלס: @YiddisheNetwork
הערות און רעקלאמעס צום אדמין: @YiddisheNewsBot
וועבסייט: http://www.yiddish.news
גרופ: https://t.me/TorahTalk

Ratings & Reviews

3.33

3 reviews

Reviews can be left only by registered users. All reviews are moderated by admins.

5 stars

1

4 stars

1

3 stars

0

2 stars

0

1 stars

1


The latest Messages

2020-10-09 16:00:04 שאלה:
ווען קומט אויס אז מען זאל זאגן שבת פרשת מקץ די הפטורה פון פרשת מקץ (ויקץ שלמה)?

תשובה:
ווען שמחת תורה איז זונטאג, און ר"ח כסלו האט נאר איין טאג (א נח איז ר"ח חשון, ג' תולדות איז א' כסלו, און ו' וישב איז חנוכה)

#היכי_תמצא

t.me/ItsTorah
415 views13:00
Open / Comment
2020-10-08 16:00:02 שאלה:
וואס איז די זאך וואס איז אסור אום חול המועד, אבער מותר אום יו"ט?

תשובה:
אום חול המועד מעג א איד נישט האבן גוי'אישע ארבייטערס וואס ארבייטען פאר אים חוץ לתחום (משום מראית העין, היות אידן קענען עס זעהן), משא"כ אום יו"ט, ווען אידען קענען נישט גיין חוץ לתחום, מעג מען יא.

#היכי_תמצא
@ItsTorah
436 views13:00
Open / Comment
2020-10-07 16:00:06 שאלה:
חוץ לולב און הושענות וואס נאך האט מען געשאקעלט צו אלע ד' רוחות און מעלה מטה?

תשובה:
ביכורים

#היכי_תמצא
365 views13:00
Open / Comment
2020-10-06 16:00:04 שאלה:
#היכי_תמצא א מאכל מיט וועלכע עס איז נישט געטוהן געווארען קיין שום עבירה, וואס איז אסור צו עסן אויף שמיני עצרת, און שמחת תורה ווערט עס פון זיך אליין מותר לכתחילה?

תשובה א':
אתרוג

תשובה ב':
ניס

תשובה ג':
נוי סוכה

א @ItsTorah פראיעקט
328 views13:00
Open / Comment
2020-10-05 16:21:26 שאלה:
איינער איז חיוב כרת פאר'ן טרונקען א גלעזל וואסער.

תשובה א':
ביום הכיפורים

תשובה ב':
טמא ששתה ממי ניסוך בסוכות.
מקור: מי החג חייבין עליהן משום פגול נותר וטמא (תוספתא, סוכה, פ"ג, ה"ז. ועיין במפרשים שם, ובאבנ"ז או"ח סי' תצה)

#היכי_תמצא
@ItsTorah
259 views13:21
Open / Comment
2020-07-21 18:00:02
שאלה:

#היכי_תמצא אז מען זאל זיין חייב דוקא שלא כדרך אכילתן, אבער אויב איז געווען כדרך אכילתן איז מען פטור?

תשובה א: אז איינער שווערט אז ער האט געגעסן, און ער האט געגעסן שלא כדרך אכילתן, דאן איז ער חייב משום שבועת ביטוי, און אויב האט ער געהעריג געגעסן איז ער פטור.
תשובה ב: האוכל תרומה בשוגג פחות מכזית. כדרך אכילתן פטור ושלא כדרך אכילתן חייב אם הוא שו"פ.
תשובה ג: פירות שביעית וואס די תורה האט מתיר געווען נאר לאכלה ולא להפסד (חייב לאו דוקא)

@ItsTorah
777 views15:00
Open / Comment
2020-07-19 06:55:26
שאלה:
#היכי_תמצא אז פסח זאל א כלי נישט טמא ווערן, אויף אן אופן וואס אינמיטן יאר וואלט דאס יא טמא געווארן?

תשובה:
א כזית שטיקל טייג וואס ליגט אינעם שפאלט פונעם שיסל, און דער באלעבאס וויל עס זאל דארט בלייבן, ווערט די טייג בטל צום שיסל, און אז א טויטער שרץ רירט צו דעם שטיקל טייג, ווערט דער גאנצער שיסל טמא. דאס איז בשאר ימות השנה. אבער פסח, איז דער איסור פון חמץ מחשיב דעם כזית טייג, אז ער זאל נישט בטל ווערן צום שיסל, און ער ווערט אפגעטיילט פונעם שיסל, און אז דער טויטער שרץ רירט צו דעם שטיקל טייג, ווערט נאר די טייג טמא, אבער די כלי נישט.
מקור: משנה מסכת פסחים פרק ג׳ משנה ב׳

@ItsTorah
710 views03:55
Open / Comment
2020-04-04 00:32:53 שאלה:
#היכי_תמצא אז א געזונטער איד, וואס פעלט אים גארנישט, האט געגעסן - דרך אכילה - עטליכע גראבע שטיקער חמץ אום פסח, און ער האט נישט עובר געווען אויף קיין שום איסור? די חמץ איז געהעריג ראוי לאכילה, און ער האט דאס געגעסן ווייניגער בכדי אכילת פרס.

תשובה:
די ערשטע פסח, אין מצרים, האט מען געמעגט עסן חמץ פון די צווייטע טאג פסח

מקור:
משנה פסחים, פרק ט' ,משנה ה'.

t.me/ItsTorah
151 views21:32
Open / Comment
2020-04-04 00:32:53 שאלה:
א זאך וואס איז יעדן שבת פון יאר פון די ל"ט מלאכות און מ'איז חייב, (שוגג, חטאת; מזיד, כרת-סקילה), און איין שבת פונעם יאר איז עס מותר לכתחילה?

תשובה א':
חובל, ביי מילה בשבת.

תשובה ב':
די מלאכה פון שחיטה. ביי א קרבן פסח, ערב פסח שחל בשבת.

תשובה ג':
א רשות היחוד איז גענוג אויב עס האט ג' מחיצות (און די פערטע איז גענוג לחי וקורה מדרבנן). און ביי מצות סוכה איז גענוג צוויי און שלישית אפי' טפח. און שבת שחל בסוכות זאגט מען אז מיגו דהוי מחיצה לענין סוכה הוי מחיצה לענין שבת. קומט אויס אז שבת סוכות איז דאס געווארן א רשות היחיד, און מען מעג דארט טראגן לכתחילה.

#היכי_תמצא
@ItsTorah
114 views21:32
Open / Comment
2020-04-04 00:32:53 שאלה:
ווען איז משה רבינו אמאל אריין אין ארץ ישראל?

תשובה:
פסח ביינאכט - בשנת יציאת מצרים - ווען אלע אידן האבן געגעסן די קרבן פסח אין ארץ ישראל.

#חידה
@ItsTorah
99 views21:32
Open / Comment