Get Mystery Box with random crypto!

תורה היא וללמוד אני צריך

Logo of telegram channel itstorah — תורה היא וללמוד אני צריך ת
Logo of telegram channel itstorah — תורה היא וללמוד אני צריך
Channel address: @itstorah
Categories: Uncategorized
Language: English
Subscribers: 245
Description from channel

היכי תמצאות, חידות און אינטרעסאנטע מאמרים.
אלע אונזערע טשענעלס: @YiddisheNetwork
הערות און רעקלאמעס צום אדמין: @YiddisheNewsBot
וועבסייט: http://www.yiddish.news
גרופ: https://t.me/TorahTalk

Ratings & Reviews

3.33

3 reviews

Reviews can be left only by registered users. All reviews are moderated by admins.

5 stars

1

4 stars

1

3 stars

0

2 stars

0

1 stars

1


The latest Messages 2

2020-04-04 00:32:53 שאלה:
היכי תמצא אז א געזונטער איד וואס פעלט אים גארנישט, האט געגעסן עטליכע גראבע שטיקער חמץ אום פסח, און ער האט נישט עובר געווען אויף קיין שום איסור?

תשובה:
די ערשטע פסח אין מצרים איז חמץ געווען אסור נאר די ערשטע טאג.

מקור: ברטנורא במסכת פסחים, פרק ט' משנה ה'.

#היכי_תמצא
@ItsTorah
89 views21:32
Open / Comment
2020-03-29 20:32:27 שאלה:
היכי תמצא, א איד (וואס איז מחויב במצות) גייט אריין אין בית המקדש טמא'נערהייט, און ער איז פטור פון א קרבן אדער כרת.

תשובה א':
ביי א קרבן פסח, רוב קהל זענען טמא, און טומאה הותרה אדער הודחה בציבור (מחלוקות), מעגן כהנים טמאים לכתחילה טוהן די עבודה.

תשובה ב':
ווען עס איז נישט געווען קיין ידיעה נישט בתחלה און נישט בסוף, דעמאלט איז א שעיר ר''ח מכפר.

תשובה ג':
טאמער איינער איז טמא געווארן ווען ער איז א קטן, און דערנאך איז ער אריין טמא בגלדותו, הרי"ז פטור מכרת.
מקור: שטמ"ק ערכין ג. בשם י"מ, והובא גם בשפ"א.

תשובה ד':
א כהן גדול.
מקור: סוף מס' פרה, ועיין בסוף פ"ב הוריות.

#היכי_תמצא
@ItsTorah
85 views17:32
Open / Comment
2020-03-08 07:12:39 שאלה:
היכי תמצא
צוויי שבתים איינס נאכען אנדערע און ביידע שבתים זאגט מען די זעלבע הפטורה.

תשובה:
אין א שטאט מוקף חומה (למשל ירושלים) וואס שבת איז דער פורים המוקפים און די קריאה פון מפטיר איז ויבא עמלק, איז די הפטורה דאס זעלבע ווי דער פריערדיגע שבת פרשת זכור.

#היכי_תמצא
@ItsTorah
71 views04:12
Open / Comment
2020-02-13 15:00:02 שאלה:
#היכי_תמצא אז אלע כהנים אין בית המקדש זענען געווען ריין וואו אויך אלע אידן, אויסער איינער וואס איז טמא אבער ער מעג אריין לכתחילה אינעם בית המקדש?

תשובה:
דער וואס ווערט געשיקט מיט'ן שעיר לעזאזל
מקור: גמרא יומא, סו:

שטייגט מיט t.me/ItsTorah
766 views12:00
Open / Comment
2020-02-11 15:00:03 שאלה:
וואו אין שמונה עשרה ווערט דערמאנט 3 מאל א זיידע מיט א אייניקל?
(ביידע נעמען, סיי די זיידע און סיי די אייניקל, ווערן דעמאנט אין די תורה; די נעמען מוז נישט שטיין איינס נעבן די אנדערע)

תשובות:
אלוקי 'אברהם' ... אלוקי 'יעקב'
אתה חונן ל'אדם' דעת ומלמד ל'אנוש' בינה
?

שטייגט מיט t.me/ItsTorah
724 views12:00
Open / Comment
2020-02-09 17:47:07 שאלה:
#היכי_תמצא מען זאל מל זיין א קינד פאר ער איז אריין אין זיין 8'טע טאג?

תשובה:
א קינד וואס ווערט געבוירן פון א שפחה מקנת כסף, ווערט גע'מל'ט ביום שנולד
מקור: רמב"ם, הלכות מילה, פרק א', הלכה ד'

שטייגט מיט t.me/ItsTorah
657 views14:47
Open / Comment
2019-12-24 23:00:05 שאלה:
ווען קומט אויס אז מען זאל זאגן שבת פרשת מקץ די הפטורה פון פרשת מקץ (ויקץ שלמה)?

תשובה:
ווען שמחת תורה איז זונטאג, און ר"ח כסלו האט נאר איין טאג (א נח איז ר"ח חשון, ג' תולדות איז א' כסלו, און ו' וישב איז חנוכה)

#היכי_תמצא

t.me/ItsTorah
1.5K views20:00
Open / Comment
2019-12-24 03:00:05 שאלה:
וויאזוי קען זיין אז מען צינט חנוכה לעכט די ערשטע נאכט, און מען מאכט נישט די ברכה להדליק; נאר די אנדערע צוויי?

תשובה א':
ווען ער האט געזען פריער איינעם צינדען, און ער האט דאן געמאכט א שעשה ניסים.

תשובה ב':
אויב איינער דערמאנט זיך נאכן צינדען אז ער האט נישט געמאכט א ברכה, מאכט ער נאך שעשה נסים מיט שהחיינו.
מקור: תשובת רעק"א

#היכי_תמצא
@ItsTorah
60 views00:00
Open / Comment
2019-12-23 23:00:05 שאלה:
#היכי_תמצא, עס איז דער ערשטער אדער צווייטער נאכט' און ער איז איין מענטש אליינס' אבער דאך דארף ער צינדן אכט לעכט?
(לויט טייל פוסקים)

תשובה:
איינער וואס די דאקטוירם האבן איהם געגעבן בלויז עטליכע טעג צום לעבן
מקור: שפתי צדיק, חנוכה, אות מב

t.me/ItsTorah
490 views20:00
Open / Comment
2019-12-23 03:00:05 שאלה:
וויאזוי קען זיין א פאל וואס מ'זאל נישט דארפן זאגען על הנסים ווען מ'בענטש חנוכה?

תשובה א':
בשבת חנוכה, כששכח להזכיר של שבת וחוזר ומברך, אינו חוזר ומזכיר של חנוכה (לד' המג"א סי' קפח. ורבו החולקים.)

תשובה ב':
חל חנוכה במוצש"ק, ונמשכה סעודתו מבעו"י (אפי' אכל כזית בלילה), מזכיר של שבת ולא של חנוכה.


#היכי_תמצא
@ItsTorah
46 views00:00
Open / Comment