Get Mystery Box with random crypto!

שאלה: א זאך וואס איז יעדן שבת פון יאר פון די ל'ט מלאכות און מ' | תורה היא וללמוד אני צריך

שאלה:
א זאך וואס איז יעדן שבת פון יאר פון די ל"ט מלאכות און מ'איז חייב, (שוגג, חטאת; מזיד, כרת-סקילה), און איין שבת פונעם יאר איז עס מותר לכתחילה?

תשובה א':
חובל, ביי מילה בשבת.

תשובה ב':
די מלאכה פון שחיטה. ביי א קרבן פסח, ערב פסח שחל בשבת.

תשובה ג':
א רשות היחוד איז גענוג אויב עס האט ג' מחיצות (און די פערטע איז גענוג לחי וקורה מדרבנן). און ביי מצות סוכה איז גענוג צוויי און שלישית אפי' טפח. און שבת שחל בסוכות זאגט מען אז מיגו דהוי מחיצה לענין סוכה הוי מחיצה לענין שבת. קומט אויס אז שבת סוכות איז דאס געווארן א רשות היחיד, און מען מעג דארט טראגן לכתחילה.

#היכי_תמצא
@ItsTorah