Get Mystery Box with random crypto!

שאלה: #היכי_תמצא אז פסח זאל א כלי נישט טמא ווערן, אויף אן אופן | תורה היא וללמוד אני צריך

שאלה:
#היכי_תמצא אז פסח זאל א כלי נישט טמא ווערן, אויף אן אופן וואס אינמיטן יאר וואלט דאס יא טמא געווארן?

תשובה:
א כזית שטיקל טייג וואס ליגט אינעם שפאלט פונעם שיסל, און דער באלעבאס וויל עס זאל דארט בלייבן, ווערט די טייג בטל צום שיסל, און אז א טויטער שרץ רירט צו דעם שטיקל טייג, ווערט דער גאנצער שיסל טמא. דאס איז בשאר ימות השנה. אבער פסח, איז דער איסור פון חמץ מחשיב דעם כזית טייג, אז ער זאל נישט בטל ווערן צום שיסל, און ער ווערט אפגעטיילט פונעם שיסל, און אז דער טויטער שרץ רירט צו דעם שטיקל טייג, ווערט נאר די טייג טמא, אבער די כלי נישט.
מקור: משנה מסכת פסחים פרק ג׳ משנה ב׳

@ItsTorah