🔥 Burn Fat Fast. Discover How! 💪

ניו יארק: מעיאר ביל דעבלאזיו האט אנאנסירט אז ניו יארק סיטי ווע | דער שטיבל

ניו יארק:
מעיאר ביל דעבלאזיו האט אנאנסירט אז ניו יארק סיטי וועט זיין די ערשטע גרויסע שטאט פון די פאראייניגטע שטאטן, וואס וועט געבן פאר ארעסטאנטען פרייע פאון קאלס וואס דאס וועט זיי געבן די געלעגנהייט צי קענען זיין פארבינדען מיט זייער פארטיידיגערס און פאמיליע.

ביז יעצט פלעגן די ארעסטאנטען דארפן באצאלן פופציג צענט די ערשטע מינוט און דאן פינעף צענט יעדע עקסטערע מינוט, אבער פון היינט אן וועלן זיי קענען מאכן פרייע פאון קאלס איין מאל א שעה פאר 21 מינוט צי יעדע פלאץ אין די פאראייניגטע שטאטון.