Get Mystery Box with random crypto!

בלוט באד אין אמעריקע! 29 טויט און נאך פולע פארוואונדערט נאך צ | דער שטיבל

בלוט באד אין אמעריקע!

29 טויט און נאך פולע פארוואונדערט נאך צוויי מאסן שיסערייען אין ווייניגער ווי פיר און צוואנציג שעה אין די פאראייניגטע שטאטן.

די ערשטע מאסן שיסעריי איז פארגעקומען אין אל פאסא טעקסעס, שבת צופרי ווען א אינגטליכער איז אריינגעקומען אין א וואל מארט געשעפט און אראפגעשאסן צום טויט 19 מענטשן, און פארוואונדערט נאך צענדליגע, די שיסער איז שפעטער אין טאג אראפגעהאלטן געווארן דורך די פאליציי,

די שיסעריי האט געשיקט שאק כוואליעס איבערן גאנצן לאנד, ווען הונדערטער טויזענטער מענטשן האבן אנגעהויבן פארלאנגען אויף אלע סאציאלע מידיאו זייטלעך אז מען זאל איינפירן שטרענגערע גאן געזעצן,

די לופט האט זיך נאך נישט אויסגעקלארט,
און אמעריקע איז באטראפן געווארן מיט א פרישע שיסעריי, ווען א אינגטליכער האט געשטורעמט א טרינק געשעפט אין דעלטאן אוהייאו, און איבער געלאזט צעהן טויטע און נאך זיבן און צוואנציג פארוואונדעטע, דער שיסער איז אויפן ארט אראפ געשאסן געווארן דורך די פאליציי,
שפעטער האט מען געפונען צוויי פון די שיסערס נאנטע טויט אין א קאר געשאסן געווארן דורך אים פאר די אטאקע,

א לענגערע באריכט וועט נאכפאלגן.