🔥 Burn Fat Fast. Discover How! 💪

*ולבקר בהיכלו* ווי שוין באריכטעט געפינען זיך בני הקהילה אין ב | סאטמאר בלעטל

*ולבקר בהיכלו*

ווי שוין באריכטעט געפינען זיך בני הקהילה אין בני ברק און טעג פון הכנה דרבה צו אקאמאדירן די טייערע בחורי הישיבה שיחיו אינעם *נייעם בנין ישיבת מהרי"ט* וואס גייט אריבער אין די טעג א גאר הערליכן מייסטער ארבעט צו קענען אהערשטעלן אויף א הויכע ניווא ברוחניות וגשמיות מיט אלע צוגעהערן.

היינט צו טאג איז אריבער געקומען אויף א באזוך *מורינו הגה"צ ראש ישיבתינו שליט"א* ואיתו עמו ההנהלה הרוחנית רבני הקהילה, *הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, הרה"ג ר' חיים משה לעווי שליט"א ראש ישיבת טשערנאביל, הרה"ג ר' נפתלי צבי ראטשילד שליט"א מנהל רוחני ת"ת זיו התורה* אין בנין ישיבתינו אויף די מתתיהו גאס אין בני ברק, די ראש ישיבה שליט"א האט זיך אינטרעסירט אין אלע דעטאלן פון די סדרי הישיבה והשיעורים, און שטארק משבח געווען די האראוואניע וואס ווערט אריינגעלייגט.

אזוי אויך זענען אנוועזנד געוועהן דער געטרייער מנהל גשמי פון די ישיבה *הרה"ח ר' מתתיהו גאלדבערגער שליט"א* און דער סעקראטאר פון די ישיבה *הרה"ח ר' שמעון קליין שליט"א* ווי זיי האבן געוויזן פאר די הנהלה רוחנית די הערליכע שנעלע און גאר גרינטליכע בוי פלענער וואס מ'האפט צו ענדיגן ביז'ן אנפאנג זמן, ווי צב"ש די נייע הערליכע אוצר הספרים וואס ווערט געבויעט, און די נייע קאך מיט אלע צוגעהערן, ס'זאל זיין יש קמח ויש תורה.

אזוי אויך זענען געוועהן אויף די באזוך די איבערגעגעבענע חברי הנהלת קהלתינו *הרה"ח ר' שמואל דוב קליין שליט"א און הרה"ח ר' יהודה אריה היימליך שליט"א* וואס צוגאב צו זייערע אלע פעולות לטובה שטייען זיי צו די רעכטע האנט פון עסקני הישיבה לעצה ולתושיה, די חברי הנהלת הקהילה האבן שטארק באוואונדערט די געוואלדיגע הצלחה פון צושטעלן אזא הערליך בנין און אזא קורצן צייט.

די הנהלה רוחנית וואס האט שוין משקיע געוועהן אין די לעצטע חדשים לאנגע שעות מיט מסירות נפש ממש אז אלעס זאל זיין אויפן הערליכן דרך המסורה לנו מדור דור, ס'זאל שיינען אין בני ברק א אמת’דיגע אור פון ריינע תורה ויראת שמים, און אז די עלטערן זאלן זעהן אידיש נחת פון זייערע צאן קדשים, האבן היינט נאכט געענדיגט זייער באזוך מיט א תחינה צום רבש"ע: *בורא עולם בקנין השלם זה הבנין*