🔥 Burn Fat Fast. Discover How! 💪

אידישע נייעס

Logo of telegram channel yiddishenews — אידישע נייעס א
Logo of telegram channel yiddishenews — אידישע נייעס
Channel address: @yiddishenews
Categories: Uncategorized
Language: English
Subscribers: 1.28K
Description from channel

באקומט נייעס אין אידיש. לאקאל, נאציאנאל און אונטערנאציאנאל, אלעס אויף איין פלאץ.
אינסטעגראם: instagram.com/YiddisheNews
אלע אונזערע טשענעלס: @YiddisheNetwork
הערות און רעקלאמעס צום אדמין: @YiddisheNewsBot
וועבסייט: http://www.yiddish.news

Ratings & Reviews

2.67

3 reviews

Reviews can be left only by registered users. All reviews are moderated by admins.

5 stars

0

4 stars

0

3 stars

2

2 stars

1

1 stars

0


The latest Messages 3

2021-12-20 13:32:43 For the second time within a month, antisemitic flyers containing COVID-19 conspiracy theories have been distributed to homes in Beverly Hills, a Jewish majority city, according to an Instagram post by Vice Mayor Lili Bosse. https://t.co/mVGNLGyzNd
1.7K views10:32
Open / Comment
2021-06-17 05:08:41 אידישע נייעס ווארט אויף אייער פידבעק!

פאר סיי וועלכע קאמענטארן און פידבעק, אדער זיך צו פארבינדן מיט די "אידישע נייעס" שרייבערס:
@YiddisheNewsBot
4.7K viewsedited  02:08
Open / Comment
2021-06-17 04:58:51 ​​קאנדידאטן שטאטן אפ באזוך ביי אדמו''ר רבי אהרן טייטלבוים מסאטמאר

מעיאר קאנדידאטן 'עריק עדעמס' און 'ענדרו יענג', האבן נעכטן באזוכט ביי אדמו''ר רבי אהרן טייטלבוים מסאטמאר, וואו זיי זענען געקומען אין בעפארברייטונג צו די וואלן קומענדיגע וואך.

"מיר דאנקען אייך פארן זיין דער ערשטער מעיאר קאנדידאט וואס האט ברבים ארויסגעצייגט שטיצע פאר אונזער חינוך און רעליגיעזע פרייהייט", האט דער רבי געזאגט פארן קאנדידאט 'ענדרו יענג'.

עדעמס האט ארומגערעדט איבער זיין לאנג-יעריגע גוטע באציאונגען מיט די אידישע געמיינדע, און אז ער פלאנירט ווייטער צו אנהאלטן זיינע גוטע באציאונגען און גוטע פאליסיס, אויב ווערט ער ערוויילט אלץ מעיאר פון ניו-יארק.

•אידישע נייעס
4.2K views01:58
Open / Comment
2021-06-17 04:58:49
•אידישע נייעס
2.7K views01:58
Open / Comment
2021-06-17 04:57:37 ​​ניו-יארק פייערט זיג איבער קאראנע ווירוס

פילע שטעט איבער ניו-יארק זענען נעכטן נאכט לעכטיג געווארן, ווען מאסן פייער-קרעקערס זענען געשאסן געווארן, צו אפצייכענען די ענדע פון די יאר-לאנגע קאראנע צוימונגען.

גאווערנער קאומאו האט אראפגענומען אלע צוימונגען אין די סטעיט, און האט אויך געמאלדן איבער פייערונגען וואס גייען פארקומען 9:15, 'צו פייערן די געוואלדיגע טאג', ווי ער האט עס אנגערופן.

די פייערונגען זענען פארגעקומען מיט גרויסע מאסן-פארזאמלונגען, וואס איז געווען א צייכן אז די קאראנע ווירוס איז פאראיבער, און אז די מענטשן קענען זיך שוין צוזאמקומען אין גרויסע גרופעס.

•אידישע נייעס
2.5K views01:57
Open / Comment
2021-06-17 04:57:36
•אידישע נייעס
1.7K views01:57
Open / Comment
2021-06-17 04:55:49 ​​פייער-באאמטע אין קאליפארניע גרייטן זיך פאר שווערע פייערן

פייער-באאמטע אין קאליפארניע האלטן אפ גרויסע טרענירונגען, זיך גרייטנדיג פאר שווערע פייערן וואס וועלן אויסברעכן, דערנאך וואס א היץ-כוואליע איז ערווארטעט אין די קומענדיגע טעג.

קאליפארניע גייט יאר-יערליך אריבער שווערע וואלד-פייערן, אבער אין די לעצטע יארן האבן זיך די פייערן היבש פארערגערט, און די פייער-באאמטע זאגן אז זיי גרייטן זיך אויף שווערע וואלד-פייערן וואס גייען אויסברעכן, אדאנק די ערווארטעטע היצן.

די פייער טרענירונגען גייען אנגיין פאר דריי טעג, מיט פליגער און העליקאפטערס פונדערהייך.

•אידישע נייעס
1.6K views01:55
Open / Comment
2021-06-17 04:55:48 ​​און ווידער א מאסן שיסעריי אין אמעריקע

פיר מענטשן זענען אומגעקומען אין א מאסן-שיסעריי אין שיקאגא, ווען לויט באריכטן האט א געשלעג אויסגעבראכן ביי א פארטי, אין א היים אין די ענגעלוואד געגנט.

אכט מענטשן זענען געשאסן געווארן, פיר דערפון פאטאל, און די אנדערע געפינען זיך אין שפיטאל מיט וואונדן.

דער ארטיגער פאליציי-הויפט האט היינט אויסגעדרוקט זיין ווייטאג, און געזאגט אז ס'איז דא צו סאך גאנס אין די נישט-ריכטיגע הענט.

די פרישע שיסעריי קומט נאך א כוואליע פון מאסן-שיסערייען איבער אמעריקע אין די לעצטע טעג און וואכן.

•אידישע נייעס
1.3K views01:55
Open / Comment
2021-06-17 04:55:47
•אידישע נייעס
1.1K views01:55
Open / Comment
2021-06-17 04:53:42 ​​מדינת ישראל פירט דורך עטליכע באמבארדירונגען אין עזה

דערנאך וואס נעכטן האבן טעראריסטן פון עזה אריינגעשיקט פילע פייער-באלאנען קיין מדינת ישראל, האט די מדינת ישראל מיליטער נעכטן נאכט באמבארדירט עטליכע צילן אין עזה, זייענדיג די ערשטע אזא סארט אטאקע זינט פרעמיער-מיניסטער 'בנט' איז געווארן פירער אין לאנד.

די נעכטיגע פייער-באלאן אטאקעס האבן פאראורזאכט צענדליגע פייערן ארום די גרעניצן פון עזה, און האט היינט אנגעהאלטן אויף א קלענערע פארנעם.

בנט האט געהאט געזאגט אז ער וועט רעאגירן אויב כאמאס פירט דורך פראוואקאציעס מיט מדינת ישראל, און נעכטן האט ער טאקע באפוילן די מיליטער צו דורכפירן עטליכע באמבארדירונגען אין עזה.

איבער די היינטיגע אטאקעס זאגן מדינת ישראל באאמטע, אז ס'איז נישט געווען כאמאס, און כאמאס איז קעגן דאס ארויסשיקן באלאנען.

•אידישע נייעס
1.1K views01:53
Open / Comment