Get Mystery Box with random crypto!

מאסיווע עצרת מוחאה יעצט אין בני ברק דורך קהילת גור. נישט וועגן | The Jewish Telegram Channel

מאסיווע עצרת מוחאה יעצט אין בני ברק דורך קהילת גור. נישט וועגן חילול שבת, נישט וועגן גיוס בני הישיבות נישט וועגן אידישקייט בכלל, זיי זענען מוחה אנקעגן א אדוואקאט מיטן נאמען שלמה אלבוים (ער געהערט אויך צו ר׳ שאול אלתר) וואס פארטרעט א יונגערמאן פון ר׳ שאול אלתר׳ס פראקציע נאך וואס ער האט אריינגעגעבן א קלאגע אין בית משפט קעגן א גרופע גור׳ער עסקנים און רבנים (צווישן זיי א זון פון גור׳ער רבי זעלבסט) וואס שטייען הונטער א מעכטיגע פראפעגאנדע און טעראר מאשין וואס די וועלט האט נישט געזען זינט יאזעף געבעלס האט אנגעפירט די דייטשע פראפעגאנדע מיניסטעריום.

בעפאר זיי זענען געגאנגען אין ערכאות, האבן זיי פרובירט צו גיין אין דין תורה קעגן די שמוציגע טעראר מאשין וואס הייסט גור, אבער יעדע בית דין האט נאך טעראר געמאלדן אז זיי מישן זיך נישט אריין. זעענדיג אז זיי האבן נישט קיין ברירה, און נאכן באקומען א היתר צו גיין אין ערכאות, האבן זיי אנגעקלאגט 17 עסקנים און רבנים פון גור וואס שטייען אין שפיץ פון די מאכטפולע גור׳ער טעראר מאשין.

היינט איז פארגעקומען די ערשטע הירינג אין בית משפט השלום אין תל אביב און גור האט באשלאסן צו שפילן נרדף און ארגאזירט א מעכטיגע עצרת מוחאה אין בני ברק קעגן דער לויער וואס קלאגט זיי אן שלמה אלבוים.